"די יונגע גװאַרדיע"
נומער 5 זייט 7 סעפּטעמבער 2002 תּשרי, תשס"ג
|
זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע. מיר לערנען ייִדיש אין דעם 10-טן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ישוב, װי עס זאָל נאָר נישט זײַן.ד. *** מײַן נאָמען איז פֿײגי. איך בין די עלטסטע אין דער קלאַס. איך בין אין דער צענטער קלאַס. איך בין אױך געגאַנגען אין דער שלום עליכם שול ביז דער זעקסטער קלאַס. דאַן בין איך געקומען צו דער דוד המלך שול. דאָרט איז ניט געװען קײַן ייִדיש סטודיִעס. איך האָב געקעמפֿט פֿאַר ייִדיש דאָ 3 יאָר, מיטן הילף פֿון אַ סך מענטשן. איצט האָבן מיר ייִדיש אױך דאָ.ד. *** מײַן נאָמען איז רחל. איך בין דרײַצן יאָר אַלט און איך לערן אין 8טן קלאַס. איך לערן זיך אין דער דוד המלך שול אין מעלבורן. איך האָב געלערנט ייִדיש אין שלום-עליכם שול. איך האָב ליב קונסט. אין מײַן משפּחה זענען דאָ פֿיר מענטשן, מײַן מאַמע, מײַן טאַטע און מײַן ברודער. איך האָב אױך זעקס פֿיש און מיר האָבן אַ הױז אין סאָרענטאָ בײַם ים, װאָס מײַן באָבע און זײַדע האָבן געקױפֿט פֿאַר אונדז צו נוצן אין די פֿעריען.ן מײַן נאָמען איז רײַזעלע זילבערמאַן. איך בין כמעת 13 יאָר אַלט. איך לערן אינעם 7טן קלאַס אינעם דוד המלך שול. איך װױן אין אױסטראַליִע, אין מעלבורן. איך בין אַן אַביטוריִענטן פֿונעם שלום עליכם שול װאָס לערנט ייִדיש פֿון קינדערגאָרטן ביזן 6טן קלאַס. אַלע מיטגלידער אין מײַן משפּחה קענען ייִדיש און מיר רעדן ייִדיש אין דער הײַם. מײַן מאַמע איז געבױרן געװאָרן אין ניו-יאָרק אין אַמעריקע און מײַן טאַטע איז געבױרן געװאָרן אין מעלבורן, אױסטראַליִע. איך האָב זײַער ליב ייִדיש. מײַן באָבע און זײַדע פֿון טאַטנס צד שטאַמען פֿון װילנע און מײַן באָבע זײַדע פֿון מאַמעס צד שטאַמען פֿון אוקראַיִנע. איך האָב זײַער ליב אױסטראַלישן פֿוסבאַל, נעטבאַל און אַ סך ספּאָרטן. איך גײַ צו אַ יוגנט אָרגאַניזאַציִע װאָס הײַסט ס ק י פֿ װאָס איז די יוגנט אָרגאַניזאַציִע פֿונעם בונד. איך האָב ליב צו זינגען און צו שפּילן טעאַטער. איך האָב צװײַ הינט, אײַן קאַץ און אײַן פֿײַגעלע.ן
איך הײַס דבורה זילבערמאַן. איך גײַ אין דוד המלך שול. איך האָב גראַדואַיִרט פֿון שלום עליכם שול און האָב געלערנט ייִדיש דאָ אױך. מײַן באַליבסטע חיה איז אַ דאָלפֿין פֿיש. איך האָב ליב דעם קאָליר פּורפּור. איך האָב אױך ליב צו צײַכענען און מאָלן בילדער. איך גײַ צו אַ יוגנט גרופּע װאָס הײַסט ס.ק.י.פֿ. מײַן באָבע און זײַדע פֿון טאַטנס צד זענען געבױרן געװאָרן אין װילנע אין פּױלן, און מײַן באָבע און זײַדע פֿון מאַמעס צד זענען געבױרן געװאָרן אין ניו יאָרק. מײַן מאַמע איז געבױרן געװאָרן אין בראָנקס ניו יאָרק, און מײַן טאַטע איז געבױרן געװאָרן אין מעלבורן, אױסטראַליִע. איך בין אױך געבױרן געװאָרן אין מעלבורן, אױסטראַליִע.ג *** די יונגע גװאַרדיִע" איז געדרוקט נוצנדיק רעפֿױל פֿינקל'ס ייִדישע שרײַבמאַשינקע" http://www.cs.engr.uky.edu/~raphael/yiddish/makeyiddish.html , און שאָשקע'ס ייִדישן שרײַב פּראָגראַם, http://www.shoshke.net/uyip/word2000.htm. .אַ שײַנעם דאַנק די ייִדישע קאָמפּיוטערײַ מבינים פֿאַר זײַער מי און באַמיונגען
|
|