"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 5 זייט 5                         סעפּטעמבער 2002                         תּשרי, תשס"ג

(האָבנדיק געלײַנט די כעלעמער מעשיות אין קלאַס)

אַ נעכטיקער טאָג

אַ כעלעמער טרעפֿט אַ צװײַטן אױף דער גאַס און פֿרעגט אים "װאָסאַראַ טאָג איז הײַנט?" ענטפֿערט ער "איך װײַס נישט". זאָגט אים דער ערשטער, "אָבער איר טראָגט אַ צײַטונג, קוקט אַרײַן װעט איר זען די דאַטע." "אַך" ענטפֿערט איִענער "ס'טױג נישט, עס איז אַ נעכטיקע צײַטונג."י

(קװעטשט דאָס בילד)

דער כעלעמער בית עולם 

כּדי צו װיסן די ריכטיקע גרױס פֿון אַ שטח לאַנד פֿאַר אַ בית הקברות האָבן די כעלעמער באַשלאָסן זיך אױסצולײַגן אַלע שורות-װײס אױפֿן פֿעלד. װעט מען דאַן גענױ זען װיפֿל לאַנד זײ פֿאַרנעמען און מען װעט אַפֿילו אַן איבעריקן שפּאַן ערד ניט דאַרפֿן קױפֿן...ן

{:-)> <(-:}{:-)> <(-:}{:-)> <(-:}{:-)> <(-:}{:-)> <(-:}{:-)> <(-:}{:-)> <(-:}{:-)> <(-:}

"די שרפֿה אין כעלם" 

אין כעלם האָט אין אַ שטאָק-פֿינצטערער נאַכט אױסגעבראָכן אַ שרפֿה. זײַנען די כעלעמער פֿײַערלעשער זיך צונױפֿגעלאָפֿן און אָנגעהױבן צו לעשן דעם ברענענדיקן בנין. אין טומל איז אױך דער כעלעמער רב געקומען צו לױפֿן, דערזען װי דער פֿײַער באַלײַכט דעם גאַנצן פּלאַץ אַרום, האָט ער אױסגערופֿן: אַ נס מן השמים, װאָס ס'איז אַ שרפֿה ! אַניט װאָלט געװען אַזױ פֿינצטער, אַז מ'װאָלט אַפֿילו ניט געזען װי צו לעשן !ן

***

אַ כעלעמער מעשׂה פֿון אױסטראַליע.

אַ כעלעמער איז קױם מיט צרות נאָך פֿיר װאָכן אױפֿן ים אָנגעקומען פֿאַר תשעה באַב קײַן אױסטראַליע.עטרעפֿט ער אַ היגן ייִד, זאָגט אים דער היגער, "איר װײסט אַז דאָ אין אױסטראַליע איז אַלץ אַנדערש, אױף קאַפּױער צו כעלם." "װאָס הײסט?", פֿרעגט אים דער כעלעמער. ענטפֿערט אים דער ייִד, "װען אין כעלם איז זומער איז דאָ װינטער, און איצט הײבט זיך אָן דער זומער." "אױב אַזױ", זאָגט דער כעלעמער איז דאָך גאָר גוט. כ'װעל פֿאַרשפּאָרן פֿאַסטן תשעה באַב און יום-כיפּור און באַלד פּראַװען שימכת תורה, חנוכה, פּורים און פּסח.ן

די כעלעמער אין פּאַריז 

אַז די כעלעמער זײַנען געקומען קײַן פּאַריז, איז זײ די שטאָט זײַער און זײער געפֿעלן געװאָרן. מער פֿון אַלץ זײַנען זײַ אָבער באַגײַסטערט געװאָרן פֿונעם אײַפֿל-טורעם. אײן זאַך איז אָבער נישט אַזױ גוט. סײַ װינטער, סײַ זומער, שטײַט ער אַ הױלער און אַ נאַקעטער, און קען נאָך הלילה ינגאַנצן פֿאַרזשאַװערט װערן. װאָבן די כעלעמער באַשלאָסן אױפֿצונײַען פֿאַרן טורעם אַ לײַװנטענע ציכל מיט לעכלעך און מיט קנעפּלעך װי ס'באַדאַרפֿט צו זײַן.ן

 

זייט 1:- נייעס

זייט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זייט 4:- שפּילן און רעטענישן

זייט 5:-װיצן

זייט 6:-בריװ

זייט 7:-רעדאַקציִע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

די יונגע גװאַרדיע פֿון אױגוסט 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יולי 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יוני 2002

די יונגע גװאַרדיע" פֿון מאי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"