"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 5 זייט 3                         סעפּטעמבער 2002                         תּשרי, תשס"ג

 

ראש השנה  

י י סיגאַל 

נײ-יאָר טוט זיך אָן אין יום-טובֿ 

זומער - יומטובֿדיק אין זײד 

,כאָטש דער זומער אײלט שױן אונטער 

.שטײט שױן באַלד פֿון יענער זײט 

,זע נאָר, ייִדיש ייִנגל טײערס 

:סאַראַ געסט עס קומען אָן 

ראש השנה מיט אַ שופֿר 

.שמחת-תּורה מיט אַ פֿאָן 

,אַלטע געסט און אײביק נײע 

,תּמיד אָנגעלײַגט און װױל 

,זון און פֿריד אין זײערע אױגן 

.זיסער שמײכל אױפֿן מױל 

עפֿן אױף דאָס שײַנע טױער 

,פֿונעם מחזור און קוק אַרײן 

תּפֿילות װי די גאָלדענע בעכער 

.מיט געבענטשטן גוטן װײן 

תּפֿילות - זילבערנע עטרות 

ּ:איבער זײערע פֿרומע קעפ 

דאַרפֿן מיר נישט גאָט צו דאַנקען 

?װאָס מיר האָבן עס דערלעבט 

,זע נאָר, ייִדיש ייִנגל, טײערס 

,װיפֿל זײדעס, מיט זילבער בערד 

,אַלטע זײדעס, לױבט זײן נאָמען 

.װאָס ער האָט עס אונדז באַשערט 

,דאַרף מען נישט קײן ברכה מאַכן 

װאָס מיר טרעפֿן זיך נאָך הײַנט 

מיט דעם שײנעם ראש-השנה 

?און מיט אַלע זײנע פֿרײנד

 

לשנה טובֿה 

י ל פּרץ

לשנה טובֿה תּכּתבֿו 

! אַלע, אַלע, װאוּ איר זײַט 

צו אײַך האָט דאָס האַרטע מזל 

! אױף אַ װיסטן סטעפּ פֿאַרשפּרײט 

צי איר קילט די הײסע שטערנס 

, בײַ דער נאַסער מערבֿ-װאַנט 

צי איר שיפֿט אײַך איבער ימים 

! צו אַ נײַ פֿאַרשפּראָכן לאַנד 

צי איר טראָגט די יאָך די שװערע 

! מיט אַ שמײכל: אײַ, װי גרינג 

און איר קױפֿט די לופֿט צום לעבן 

! און איר צאָלט פֿאַר יעדן שלינג 

אַלע אײַך צום יִאָר צום נײַעם 

: אין יִעדער שפּראַך, אין יעדן קליִיִד 

לשהנה טובֿה תּכּתבֿו

! אַלע, אַלע, װאוּ איר זײַט

***

 

זייט 1:- נייעס

זייט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זייט 4:- שפּילן און רעטענישן

זייט 5:-װיצן

זייט 6:-בריװ

זייט 7:-רעדאַקציִע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

די יונגע גװאַרדיע פֿון אױגוסט 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יולי 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יוני 2002

די יונגע גװאַרדיע" פֿון מאי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"